עם ישראל איז אוועקגעשטעלט אויף יחוס. אונזער מסורה ציהט זיך דור אחר דור, און די קשר צווישן די קינדער צו זייערע עלטערן און אור-עלטערן, איז וואס האלט אונז צוזאם צו פארבלייבן דעם עם הנבחר לה’ ולתורתו.
די תוה”ק שטעלט אוועק יחוס אבותינו אלס א הויפט פריאריטעט, א פליכט וואס ליגט אויף יעדן איד צו וויסן און זיך אידענטיפיצירן דערמיט, ווי די פסוק (במדבר א, יח) זאגט: ויתילדו על משפחותם לבית אבותם. יעדע שבט מישראל דארף געדענקן ווער זענען זיינע אבות, און וויאזוי איז ער אפשטאמיג פון זיי.
פילע משפחות ווייסן פון וועמען זיי שטאמען, אבער נישט אלע ווייסן וויאזוי. פארהאן פאמיליעס ביי וועלכע עס איז אנגענומען אז מען איז אייניקלעך פון א געוויסע באקאנטע גדול מיט אסאך דורות צוריק, אבער זיי וועלן נישט וויסן צו ענטפערן אויב הייבט מען אן אריינצוגיין אין די סדר היחוס, דורך וועלכע זיידע אדער באבע, וויפיל דורות פריער, און ענליכע פרטים. וואס טוט אבער איינער וואס וויל אויסגעפונען אינפארמאציע איבער יחוס, פון וואו הייבט ער אן?
בני בנים פרעזענטירט פאר כלל ישראל א נייער דורכברוך אין דעם געביט:
א העכסט פארגעשריטענע פלאטפארמע, אויף וועלכער יעדער איינער קען גרינגערהייט אויסשטעלן זיין אייגענע יחוס בוים, און זיך באקענען מיט א קלארקייט מיטן גלאררייכן אמאל, זיינע עלטערן און זיידעס, און דאס מיטטיילן מיט די משפחה מיטגלידער. דורך די פילע הילפבארע מיטלען פונעם סייט, קענט איר אריינלייגן די נעמען פון אייער יחוס, און עס וועט אפירזוכן אלע קרובים וואס האבן א שייכות מיט אייער אפשטאם און אויסשטעלן לויט די סדר הדורות ביז ארויף, אז די גאנצע משפחה זאל קענען זעהן קלאר און פונקטליך אלע ראשי המשפחה, און די פונקטליכע וועג וויאזוי מען איז אפשטאמיג פון זיי.
ווי אויך קענט איר מיט אייער יחוס אינפארמאציע, דעזיינען און אויסשטעלן אילני יוחסין אויף פארשידענע ערליי פארמאטן און טעמפלעטס, צו פאראייביגן דעם יחוס המשפחה אויפן שענסטן אופן.
דער בני בנים פראיעקט איז מיוסד געווארן נאכצוגיין אין די פוסטריט פון מכון יוחסין פרי עמלו פון כ”ק מרן אדמו”ר הרה”ק רבי נפתלי הלברשטאם זצוק”ל מצאנז, ממלא מקום אבותיו בן אחר בן פון די הייליגע צאנזער רבנים ביז צום ראש השלשלת הרה”ק הבעל דברי חיים מצאנז זי”ע, פאר וועמען עס האט געברענט גאר שטארק דעם הייליגן ציהל פון אוועקשטעלן אן אינפארמאציע באזע פאר כלל ישראל מיט אלע יחוס איינצלהייטן. ווי ער שרייבט אין זיין הייליגע צוואה וז”ל: “ידעתי גם ידוע לכם שנתגדלתי על ברכי מרן אאמו”ר זצוק”ל ואא”ז מרן הרה”ק רבי מרדכי זאב אבד”ק צאנז זי”ע, עד בוא יום המר והנמהר י”ח אלול שנת תרצ”ט, שביום הזה מרה הי’ לי ונפרדה אצלי כל חיותי, ונפרדתי מהאור הגדול.”
פון צווישן די שורות פון זיינע הייליגע ווערטער דערקענט זיך זיין אינערליכע בענקשאפט אנצוהאלטן און פאראייביגן דעם שטארקן קשר צו די פריערדיגע דורות למעלה בקודש.
נאכן חורבן אייראפע זעענדיג די שרעקליכע התבוללות ווי עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, און דער געוואלדיגער חסרון ידיעה וואס הערשט, ווען צוביסלעך ווערט פארגעסן די שלשלת היוחסין פון פילע משפחות חשובות מישראל, איז עס אים געגאנגען בנפשו צו ברענגן אן אויפוואכונג ביי כלל ישראל דערוועגן אז מען זאל אנהאלטן דעם קשר צום פריערדיגן דור און ממשיך זיין די הייליגע מנהגים. ער האט פאר דעם צוועק געגרינדעט דעם וועלט-באקאנטן ריזן פראיעקט ‘מכון יוחסין’ פאר וועלכער ער האט מקדיש געווען אסאך צייט, כח, און מיליאנען דאלער, טראץ זיין פארנומענע סדר היום פון זיין עבודת הקודש, מיטן בלויזן ציהל אז לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, יעדע איד איבער די גארער וועלט זאל געדענקן זיין הייליגע און לויטערע אפשטאם.
מיטן אוועקשטעלן דעם פראיעקט איז אים געשטאנען צו די האנט בנו בכורו כ”ק הגה”צ רבי ברוך אדמו”ר מצאנז שליט”א, וואס האט אריינגעלייגט יארן פון פארש-ארבעט אהערצושטעלן דעם ריזן אוצר היחס פון כלל ישראל, וואס עס איז נישטא איר גלייכן מאז היתה ישראל לגוי.
האלטענדיג אט די הייליגע מיסיע פאר די אויגן, איז בני בנים געגרינדעט געווארן אלס א זעלבסטשטענדיגע אונטערנעמונג מיטן כוונה פון אהערשטעלן פאר כלל ישראל די מעגליכקייט צו וויסן און פארשטיין פון וואו מיר קומען, און וויאזוי ציהט זיך אונזער יחוס מדור דור.
גלייכצייטיג ווערט ווייטער נמשך זיינע פעולות נשגבות אינערהאלב די אפיס פון ‘מכון יוחסין’ וואס אותו צדיק האט געעפענט און באגלייט, סיי ווער עס וויל באקומען אינפארמאציע איבער זיין יחוס, קען עס ערהאלטן אויף א פערזענליכע אופן אן קיין אנליין צוטריט, דורכ’ן זיך פארבינדן מיט מכון יוחסין: yichos@machonyochsin.com