פראגעס און ענטפערס

פאלגענד איז א ליסטע פון אפט-געפרעגטע שאלות וויאזוי צו נוצן דעם סייט.
אויב איר טרעפט נישט וואס איר זוכט, קענט איר זיך פארבינדן מיט אונז.

אקאונט און מעמבערשיפ:

איר קענט זיך רעגיסטרירן צום סייט, דורכן אויספילן א רעגיסטראציע פארום. די פארום פארלאנגט נישט קיין אימעיל וועריפיקאציע.
נאכדעם וואס דו ביסט אויפגעסיינט, ביזטו א מעמבער און דו קענסט גלייך נוצן דעם סייט, אדער קענסטו ווערן א פרימיום מעמבער, און געניסן פון גרעסערע דיסקאונטס און אסאך געשמאקע features פאר א באשטימטע מעמבערשיפ אפצאל.

זייט אויפמערקזאם, אויב ניצט איר א נישט ריכטיגע אימייל, וועלן מיר זיך נישט קענען פארבינדן מיט אייך אויב איז דא סיי וועלכע פראבלעם, וואס קען גורם זיין אז אייער אקאונט זאל ווערן פארמאכט אן אייער וויסן.

ניין. איר קענט נוצן רוב מעגליכקייטן פונעם גאנצן סייט בלויז אלס באזוכער, און איר וועט צאלן לויט די נעמען און פראדוקטן וואס איר האנדעלט זיך איין שפעטער.

איינגעשריבענע מעמבערס באקומען א 50% הנחה אויף יחוס און 10% הנחה אויף אלע אנדערע פראדוקטן פון בני בנים.

חוץ פון די אלע ספעציעלע features וואס איז נאר אפען פאר באצאלטע מעמבערס.

מעמבערשיפ פאר איין יאר קאסט בלויז $149.99.
פאר צוויי יאר – בלויז $124.99 א יאר (אויטא רינאעל)

עס זענען דא צוויי סארטן נעמען: Verified און Unverified, אויך איז פארהאן א חילוק צווישן א נאמען פון א אדם גדול וחשוב און א געווענליכע נאמען.

א געווענליכע נאמען נאמען פון גדול וחשוב
  • verified: $6
  • Unverified : $3
  • verified: $20
  • Unverified: $12

“בני בנים” דאטא-בעיס, גענומען פון דעם ריזיגן אויסגעארבעטן דאטאבעיס פון מכון יחוסין און איבערגעקוקט דורך די גרעסטע מומחים אינעם פעלד פון יחוס זענען “Verified אינפארמאציע” און בנוסף צו דעם, זיפן די מומחים אדורך די אינפארמאציע פון די טויזנטער באנוצער, און קלויבן אויס די ריכטיגע און באשטעטיגטע יחוס און ברענגן זיי אריין אין די בני בנים “Verified” דאטא-בעיס.

אלס רעזולטאט פון די טייערע פאָרש ארבייט צו באשטעטיגן יחוס, איז די פרייז פאר “Verified” יחוס טייערער פון געווענליכע יחוס וואס זענען נישט באשטעטיגט.

נעמט אין אכט, נישט וועריפייד יחוס איז בדרך כלל ריכטיג, אבער אין פאקט איז דא גרויסע צעמישענישן אין די פריערדיגע יחוס בריוון, דערפאר צו זיין רואיג אז איר האט א קראנטע יחוס בריוו, לוינט די עקסטערע פרייז דאס צו ערהאלטן.

ניין. עס וועט ווערן אקצעפטירט אלס Verified בלויז פאר דיין פערזענליכע מגילת יוחסין, אבער נישט אפיציעל פאר אנדערע באנוצער פונעם סייט.

אפילו נעמען וואס זענען געווארן Verified דורך בני בנים, קען זיך זייער סטאטוס טוישן אויב קומט צי נייע פאקטן און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט זיכער וויאזוי די נאמען שטימט אריין אינעם יחוס. ביטע לייענט דורך אונזער פאליסי זייטל.

וויכטיגע באמערקונג: מיר ריפאנדן נישט קיין געלט פאר געוועזענע “Verified” אינפארמאציע.

מיר פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן צו דעליווערן אייער ארדער דאס שנעלסטע מעגליך. ווען איר ענדיגט באשטעלן אייער ארדער, וועלן מיר עס פרינטן אין די נעקסטע 72 שעה, און עס וועט דעליווערט צו אייער טיר ביז געציילטע טעג, סיי וואו איבער גאנץ אמעריקא.

בני בנים שטעלט צו די פאלגענדע אויסוואל, פון וועלכע איר קענט אויסקלויבן דאס וואס פאסט אריין די בעסטע:

  • Framed
  • Poster
  • Digital

די סייז פונעם יחוס בוים קען זיין פון 10×8 ביז 96×54 אינטשעס.

ווען איר קליקט אויף די דריי פינטלעך אויבן אויף די רעכטע זייט פון אייער טשארט נאמען, וועט ארויפקומען ‘Collaboration’, קליקט דערויף און לייגט אריין יענעמס אימעיל אדרעס, דערנאך קליקט Send. דער וואס איז געלאדענט געווארן דארף יעצט אקצעפטירן די אינוויטעישן.

איר קענט קליקן אויף Chart changes history אין אייער טשארט, צו זעהן וואס אנדערע האבן צוגעלייגט אדער געטוישט.

:צוזאמשטעלן און אויפבויען מגילת יוחסין – אילן היוחסין

צום ערשט לייגט אריין אייער אייגענע נאמען און אינפארמאציע, דערנאך קליקט Next און דארט קענט איר אריינשטעלן די זיידעס און באבעס א.ד.ג. דאן וועט דער סיסטעם אייך פירן צום יחוס בוים Editor.

עס איז זייער פשוט צו מאכן, פאלגענד זענען די אנווייזונגען:
לייג אריין אלע אינפארמאציע: לייגט אריין ווי מער פרטים ביי יעדע נאמען פונעם יחוס, ווי למשל די דאטום פון געבורט און פטירה, וואוינארט און באשעפטיגונג, דאס וועט עס מאכן מער אינטערעסאנט און שלימות’דיג.
קלויבט אויס א פארמאט: בני בנים שטעלט אהער א ברייטע אויסוואל פון הערליכע דעזיינס פון וועלכע איר קענט אויסקלויבן לויט אייער פערזענליכע געשמאק.
קאסטומייז דעם בוים: איר קענט מאכן אלע ערליי קאלירן און סטיילס, צולייגן פארשידענע קאלירן פארן בעקגראונדס, אריינלייגן די בילדער מיט צוגעפאסטע פרעימס און קאלירן.
קלויבט די סייז פונעם poster: מיר האבן א גרויסע אויסוואל פון פרעימס און posters, קלויבט אייער סייז, און מיר וועלן פרינטן סיי וועלכע סייז איר באגערט.
באשטעטיג און באשטעל: ווי נאר די אילן יוחסין איז פארטיג, וועלן מיר עס פרינטן און ארויסשיקן אין די 72 שעה נאכן אריינגעבן אייער ארדער.

זיכער. איינמאל איר ענדיגט צונויפשטעלן דעם משפחה טשארט, קענט איר אויסוועלן דאס צו דאונלאודען (אויב זענט איר א באצאלטע מעמבער).

גיי צום quick edit panel און קליקט אויף tree member mini-profile. צוצולייגן אינפארמאציע אדער בילדער קליקט אויף די + און פאלגט נאך וואס די סיסטעם פארלאנגט.

קליקט אויף די קנעפל Import GEDCOM file אויף די לינקע אויבערשטע ווינקל פונם בלעטל, קלויבט אויס די GEDCOM FILE און קליקט Import, יעצט וועט די פראצעדור זיך אנהויבן.
ווען דער סיסטעם ענדיגט אריינברענגן די פייל, וועט איר ווערן איינגעמאלדן איבער דעם. צו גיין ווייטער דארפט איר קליקן אויף Configuration Finish און אויסוועלן א מענטש אין די משפחה וואס דער יחוס וועט זיין באזירט אויף אים.
איר קענט אויפזוכן א נאמען דורכן זוך קנעפל, און ווי נאר איר קלויבט אויס יענעם נאמען, קליקט אויף איינע פון די אפציעס אונטער דעם צו גיין ווייטער.

גייט צו Quick Edit Panel און קליק .Chart Member Index דארט וועט ארויפקומען אלע נעמען פון אייער משפחה טשארט, אפילו אזעלכע מיטגלידער וואס ערשיינען נישט אויפן בוים צוליב זייער ווייטע שייכות צום הויפט יחוס נאמען. איר קענט אריינלייגן א חלק פון די ערשטע אדער לעצטע נאמען און בני בנים וועט גלייך ארויפברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן.
ווען מ’קליקט אויף א נאמען פונעם ליסטע, וועט דאס אויטאמאטיש פירן צו זיין פערזענליכע בלאט.

בני בנים משפחה טשארט איז די הויפט ארט וואו יעדע משפחה מיטגליד האט א באזונדערע קעסטל מיט אלע אינפארמאציע, און פארשידענע אפציעס און מעגליכקייטן, און ווען אימער איר ווילט קען מען צוזאמשטעלן אילן יוחסין פונעם טשארט.

די אפציע העלפט אייך האלטן חשבון אויף אלע תיקונים און הוספות וואס איז געמאכט געווארן צום יחוס טשארט. ווען איר קליקט אויף די History Chart Changes וועט אויף די רעכטע זייט ארויפקומען די היסטאריע מיט אלע טוישונגען, ווי אויך ווער און ווען איז עס געטון געווארן.

צו דיסקאנעקטן א קרוב:
גייט צו די טשארט מעמבער פראפייל, קליקט Remove און קלויבט אויס די נאמען וואס איר ווילט דיסקאנעקטן.
דער מענטש מיט זיין משפחה זענען יעצט אפגעטיילט פון אייער יחוס טשארט, און קענען ווערן צוריקגעשטעלט שפעטער אויב פעלט זיך אויס.

צו קאנעקטן א קרוב:
גייט צו די טשארט מעמבער פראפייל, קליקט Connect, קלויבט אויס די נאמען וואס איר ווילט צוריקשטעלן.

גייט צו די ספעציפישע נאמען ביי וועמען איר ווילט צולייגן א קינד, קליקט Add Name, און קליקט אויף ‘Child’, לייגט אריין די בעיסיק אינפארמאציע און קליקט Add Member.

געוויסע זיידעס און באבעס ווייסט איר אז אייער משפחה שטאמט פון זיי, אבער ס’איז אייך דערווייל אומקלאר וויאזוי. איר קענט צולייגן זייער נאמען דורכן אויסוועלן די + סימבאל, קליקט אויף Ancestors.

אויף אייער בני בנים משפחה טשארט קענט איר עדיטן סיי וועלכע נאמען דורך די פאלגענדע אופן:
גייט צו יענע נאמען, קליקט אויף Edit צו עפענען די ‘מעמבער מעניו’, לייגט אריין אדער פאררעכט די אינפארמאציע, און דערנאך קליקט Info Add צו באשטעטיגן די תיקונים.

גייט צו Quick Edit Panel און דערנאך קליקט Tree Member Mini-Profile. עס וועט ארויפקומען דריי אפציעס: Incorrect Record וועט אויסמעקן די נאמען פון די יחוס בוים און פון די בני בנים דאטא-בעיס; ‘ don’t want this person on my family tree און Other וועט דאס אויסמעקן בלויז פון אייער יחוס בוים אבער נישט פון בני בנים דאטא-בעיס.

אין כלליות’דיגע אינפארמאציע פון א מיטגליד איז פארהאן די געווענליכע דעטאלן ווי: די נאמען, געבורטסטאג, יארצייט, וויפיל קינדער, א בילד. ווי אויך איז דא Media און Facts, ביי Media קען מען צולייגן סיי וועלכע בילדער וואס האט א שייכות מיט דעם מענטש. ביי Facts ערשיינען אלע מערקווירדיגע געשעענישן און פאסירונגען אין יענעמס לעבנס געשיכטע, אויסגערעכענט לויט די סדר פון די יארן.

יעדע יחוס טשארט האט א הויפט נאמען פון וואו די גאנצע יחוס הייבט זיך אן. אין בני בנים וועט דער מענטש אלעמאל זיין פאררעכנט אלס דור #1, אלע אבות ארויף וועלן ערשיינען העכער זיין נאמען מיט די נומערן 2A, 3A א.א.וו.

אלע קינדער פונעם הויפט נאמען, וועלן ערשיינען אונטער זיין נאמען אין די נומערן 2B, 3B … אויסשטעל.

איר קענט קליקן אונטער א מיטגליד’ס נאמען צוצולייגן א קרוב. ביי יעדע קרוב איז דא א רייע מיט נויטיגע אינפארמאציע וואס קען ווערן אריינגעפילט.

צום ביישפיל:
ווען איר ווילט צולייגן א מאן אדער ווייב, וועט איר אויך דארפן קלארשטעלן די שייכות, און ביים צולייגן א קינד וועט איר דארפן אריינלייגן די שייכות, צו איז דאס קינד א אייגענע קינד אדער אדאפטירט, און ווי אויך אין געוויסע פעלער אויך דער נאמען פון די אנדערע עלטערן.

ווי נאר א נייע קרוב ווערט צוגעלייגט, וועט עס גלייך ערשיינען אויפן סקרין.

“Lineage Search” איז א מיטל צו קענען זעהן וויאזוי איר זענט א קרוב צו סיי וועלכע ווייטע משפחה מיטגליד. גייט צו Quick Edit דערנאך קליקט Lineage Search.

גייט צו Quick Edit Panel און קליקט אויף Duplicates Search.

עס וועט גלייך דורכפירן א זוכעניש און ברענגן רעזולטאטן פון אייער גאנצע טשארט – מגילת יוחסין. איינמאל איר האט געפונען די דאפעלטע נעמען, קענט איר אויסקלויבן וועלכע נאמען זאל זיין פארבלייבן אלס דער עיקר נאמען וואס די יחוס וועט זיך ווייטער ציען פון דעם נאמען, ווען גלייכצייטיג ביים אנדערן פלאץ וואו דער נאמען ווערט דערמאנט וועט זיין א מראה מקום צום עיקר נאמען צו זעהן די ווייטערדיגע יחוס, דאס וועט מאכן מאכן די גאנצע יחוס בוים מער קלארער און ליינבאר, נישט צו זיין אזוי אויסגעשפרייט מיט דאפעלטע נעמען.

נאכדעם וואס איר האט צונויפגעשטעלט ביידע אלס איין מיטגליד, וועט בני בנים ווידער אויסשטעלן די יחוס לויט די יעצטיגע סדר.

מאכט זיכער איבערצוקוקן די נעמען איידער איר מאכט דעם צוזאמשטעל. צוריק צושטעלן אזוי ווי ס’איז געווען פריער, קענט איר אייביג גיין צו די Changes History קנעפל.

גייט צו Quick Edit Panel און קליקט אויף Data Display, דארט וועט איר טרעפן:
Tree member’s card display options
Block scheme display options

מאכט א “משפחה מאפע” פון אייער טשארט, דארט, גיי צו Card Personalization און קלויבט אויס די דעזיין וואס איר ווילט, איר קענט עס האבן מיט א בילד אדער אנדעם, ווי אויך קענט איר מיט איין קליק מאכן די זעלבע דעזיין פאר אלע אנדערע קארטלעך פונעם יחוס.

די הויפט נאמען איז דער מענטש פון וועמען מ’האט אנגעהויבן די יחוס טשארט, פון דארט ווערט די טשארט אויסגעברייטערט ארום דעם מענטש, און ווייזט וויאזוי אלע אנדערע מיטגלידער זענען קרובים צו אים.

מען קען אויך ווייזן קינדער פון א פריערדיגע זיווג אז ער/זי איז כאילו א חלק פון אייער יצטיגע משפחה, אין פאל איר האט שוין אריינגעלייגט דעם קינד ביי א פריערדיגע געלעגנהייט מיט די קינדס אנדערע עלטערן, קענט איר ריקן דעם קינד צי אייער יעצטיגע משפחה, אלס וואס וואונט מיט אייך אין מיטן יעצטיגע זיווג, דורכן גיין צו יענע קינד’ס נאמען און קליקן Edit צו עפענען די Member Menu. קליקט אויף Relationships, לייג צו דאס קינד צי די Primary Family מעניו.

בני בנים געט אייך די מעגליכקייט אריינצושטעלן א בילד פון א פארפאלק וואס זאלן ערשיינען אלס איין קאמבינירטע בילד אויפן טשארט.
קלויבט אויס איינער פון די פארפאלק און גייט צו זייער Profile. נאכדעם קליקט אויף Relationships, קליקט אויף די Couple Photo קנעפל, און נאכדעם Add Info.