אילן המשפחה

נאכדעם וואס איר האט שוין צונויפגעשטעלט א מגילת יוחסין מיט אלע נעמען און דעטאלן, יעצט איז געקומען די צייט דאס צו פאראייביגן אויף א שיינעם פארנעם.

איר קענט אויסקלויבן איינע פון די אפציעס אין וועלכע פארמאט איר ווילט עס מסדר זיין און אויסשטעלן, א יחוס בוים, א משפחה מאפע לויט די אויסוואלן וואס ווערט דא געגעבן.

ביי יעדע אויסוואל וועט אייך בני בנים געבן מעגליכקייט צו ארויספרינטן אדער דאונלאודן.

אילן אבות ובנים

מאכט א הערליכע אילן המשפחה פונעם ראש המשפחה, גייענדיג צו אלע קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך. א פאסיגע מתנה פאר זיידע און באבע צו שטאלצירן מיט זייער פארצווייגטע דור ישרים ומבורך וואס זיי האבן זוכה געווען אויפצושטעלן.

אילן יוחסין

אילן היוחסין

שטעלט אויס א יחוס בוים וואס הייבט זיך אן פונעם שטאם און גייט ארויף צו די פארשידענע צווייגן צו מערערע דורות.

קלויבט אויס פונעם אויסוואל פון אלע ערליי דעזיינס.

אילן ראש השלשלת

אייער חשובע משפחה שטאלצירט אלס אייניקל פון א באוואוסטער גדול וצדיק פון די פריערדיגע דורות, איר קענט מאכן א אייגנארטיגע “ראש השלשלת” בוים וואס וועט ווייזן בלויז די שלשלת הדורות ארויף ביז יענע גדול אדער איש מסוים.

משפחה מאפע

די מיטגלידער פון די גאנצע משפחה, סיי למעלה בקודש און סיי אלע יוצאי חלצים, וועט ערשיינען אין אויסשטעל פון א מאפע, מיט ליניעס און שטריכן צו ווייזן די פארבינדונג צווישן די דורות און משפחה מיטגלידער, מיט א מפתח וואו יעדע נאמען איז.