אילן ראש השלשלת

אייער חשובע משפחה שטאלצירט אלס אייניקל פון א באוואוסטער גדול וצדיק פון די פריערדיגע דורות, איר קענט מאכן א אייגנארטיגע “ראש השלשלת” בוים וואס וועט ווייזן בלויז די שלשלת הדורות ארויף ביז יענע גדול אדער איש מסוים.

לייגט אריין די נעמען פון אלע דורות ארויף ביז דעם זיידן צו וועמען איר ווילט ציען דעם יחוס, אזוי ארום קענט איר זעהן די דירעקטע שלשלת פון אייך ביז אים, גייענדיג צוריק ביז 150 דורות.

  • אריינלייגן בילדער
  • עטליכע ביימער אויפן זעלבן טאוול
  • צוויי סארטן ביימער אויפן זעלבן טאוול
  • מעגליכקייט צוצולייגן המשך הדורות ביז נאך פיר באזונדערע ראשי השלשלת