מגילת יוחסין

אפשר זענט איר א יחסן!

דא אין “בני בנים” קענט איר דאס אויסגעפונען.

אדער איר ווייסט יא אז איר שטאמט פון גדולי ישראל נאר איר ווייסט נישט וויאזוי, ס’איז מעגליך אז “בני בנים” קען אייך העלפן.

ווי אויך צו פארברייטערן אייער יחוס בוים אויף א סאך מער פון וויפיל איר ווייסט, פרובירט און ווערט איבעראשט וויפיל “בני בנים” קען אייך צולייגן

און אפילו אז לאו דוקא שטאמט איר פון גדולי ישראל, אבער איר ווילט מקיים זיין דעם “הביאו לי ספר יחוסיכם” און האבן אייער אפשטאם אראפגעשריבן שיין און קלאר, ווי אויך אויסגעפונען פיל מער דערוועגן, “בני בנים” איז אייער פלאץ!

בני בנים וועט אייך שטיין צוהילף מיט אלעס ארום אייער יחוס!

בני בנים וועבזייטל איז אהערגעשטעלט צו פארברייטערן און פארגרינגערן די מעגליכקייטן צו קענען צונויפשטעלן די מגילת יוחסין לויט די היינטיגע אנטוויקלונג פון די טעכנאלאגיע.

באקריגט הילף פון מומחים

אויב ווילט איר אז בני בנים זאל טון די ארבעט פאר אייך, קען אונזער פראפעסיאנאלע שטאב אייך העלפן מיטן אהערשטעלן די ריסוירטש איבער אייער משפחה יחוס. ווי אויך קען בני בנים דורכפירן א מער גרינטליכע פארש ארבעט ארום אייער פארצווייגטע משפחה.

באקריגט הילף פון מומחים

איר קענט עס אליין טון, איר דארפט מער נישט צוקומען צו א מומחה דערפאר, ווייל מיט די פארשידענע אפציעס און מיטלען פונעם סייט זענט איר דער מומחה. שרייבט אייך איין אלס א מעמבער, וואס מיט דעם וועט איר צום ערשטן מאל באקומען א קלארע אויסקוק אויף אייער פארצווייגטער אפשטאם למעלה בקודש.