בני בנים פראפעסיאנאלע שטאב וועט טון די ארבעט פאר אייך. מיר וועלן אריינשטעלן יעדע נאמען
אינעם סיסטעם און נאכגיין צו באשטעטיגן אלעס וואס האט א שייכות צו אייער יחוס אין אונזער דאטאבעיס.
אויב ווילט איר האבן א מער גרינטליכע פארש ארבעט, נישט בלויז פון וואס געפונט זיך אינעם סיסטעם, קענט איר אונז געבן אלע אינפארמאציע און דעטאלן וואס איר פארמאגט איבער די משפחה יחוס, און פאר א באזונדערע אפצאל וועט די בני בנים שטאב פון יחוס מומחים טון די ארבעט פאר אייך. זיי וועלן מאכן א גרינטליכע ריסוירטש איבער אלעס וואס האט שייכות מיט אייער משפחה יחוס, אריינגערעכנט נאכגיין פנקסי הקהלות, נוסח המציבות, אלטע כתבי ידות וכו’.